אומרויִק װאַרט איך אַ גאַנץ יאָר
אױף עמעצן, מײַן ליבן.
אָן שלאָף כ'באַגעגן דעם קאַיאָר —
און אַלץ צוליב דעם ליבן.
איך בין דאָך אָן מײַן ליבן,
װוּ נעמט מען זשע אַ ליבן?
איך קען אַרום די גאָרע װעלט,
צו טרעפֿן נאָר מײַן ליבן,
צו טרעפֿן נאָר מײַן ליבן,
איך קען אַרום די גאָרע װעלט.
אָ, איר, מלאָכים פֿונעם גליק,
װאָס היטן אָפּ די ליבע,
בשלום זאָל דעם װעג צוריק
מײַן טײַערער אַריבער.
נאָר בלײַב איך אָן מײַן ליבן.
כ'בין טרױעריק געבליבן.
איך שװער, כ'װאָלט אָפּגעגעבן אַלץ
פֿאַר עמעצן, מײַן ליבן,
פֿאַר עמעצן, מײַן ליבן,
איך שװער, כ'װאָלט אָפּגעגעבן אַלץ.